Page 8 - Yidishe Tzeit - אידישע צייט
P. 8
להחזיר עטרה ליושנה ‪.‬נ‪ .‬י‪ .‬ר‬

‫פנאארושופראיירטןדתוארתק‬

‫הרב יאיר אליהו שליט״א פון עיה״ק ירושלים תובב״א‪,‬‬

‫דערציילט פאר ״די צייטונג״ איבער זיין הייליגע מיסיע צו‬
‫פארשפרייטן ״תורת נאווארדאק״ איבער די וועלט‪ ,‬מעורר צו‬
‫זיין אידן צו לערנען די ספרים פון דער אלטער פון נאווארדאק‪,‬‬
‫און זיך אנשליסן אין די חבורות וועלכע נעמען זיך צוזאם יעדן‬

‫ערב ראש חודש צו חזר׳ן תורת נאווארדאק‬

‫אויף א זייטיג געסל אין די גאולה געגענט‪ ,‬האבן מיר זיך‬
‫באגעגנט מיט א האנד‪-‬געשריבענע אייגנארטיגן שילד‪ ,‬וואס‬
‫ליינט זיך ״מפיצים תורת נובהרדוק במלוא העוצמה״‪ ,‬ווען ביי די‬
‫זייט איז צוגעשריבן עטליכע מאמרים איבער תורת נאווארדאק‪,‬‬
‫צווישן זיי‪ :‬מ׳האט אמאל געפרעגט דער אלטער פון נארווארדהאק‬
‫זצ״ל פארוואס שיטת נאווארדאק קוקט אויס אזוי קרום? האט ער‬
‫געענטפערט אז ווען מ׳וויל ארויפגיין הויך‪ ,‬ברויך מען שטעלן דעם‬

‫לייטער קרום‪...‬‬
‫דאס האט ביי אונז אויסגערופן גרויס נייגער‪ ,‬און נאכ׳ן פארבינדן‬
‫זיך מיט דעם בייגעלייגן נומער‪ ,‬זענען מיר אנגעקומען צו א חשוב׳ן‬
‫יונגערמאן מתושבי עיה״ק ירושלים‪ ,‬הרב יאיר אליהו שליט״א‪,‬‬
‫וועלכער האט זייער גערן געמאכט צייט אונז צו דערציילן איבער‬
‫זיין אייגנארטיגן פראיעקט צו פארשפרייטן תורת נאווארדאק‬
‫איבער די וועלט‪ ,‬און ארויסגעבן קונטריסים איבער׳ן מהלך המוסר‬

‫פון נאווארדאק‪ ,‬להחזיר עטרה ליושנה‪.‬‬

‫אידישע צייט > ‪11‬‬
‫שלח תשע"ח‬
   3   4   5   6   7   8   9   10   11   12   13